וווּ איר וועט קענען הערן אינטערוויוּס און רעפּאָרטאַזשן אויף ייִדיש ! זיי קען מען אויך אָפּלאָדן אויפֿן וועבאָרט SBS Radio Yiddish Melbourne Australia

http://www.sbs.com.au/podcasts/yourlanguage/yiddish/in/english

נאָך בעסער : עס האַנדלט זיך וועגן אַן אוצר פֿאַר פּסיכאָאַנאַליטישער אַטראָפּאָלאָגיע. ד"ר מאַקס קאָהן, וואָס האָט אין 2006 באַקומען דעם מאַקס-צוקערמאַן פּרײַז לטובֿת ייִדיש-קולטור, איז אַ פֿראַנצייזישער פּסיכאָאַנאַליטיקער, פּראֹפֿעסאָר אין אוניווערסיטעט פּאַריז-7 און אַ קאָרעספּאָנדענט פֿונעם "פֿאָרווערטס" אין ניו-יאָרק :/http://yiddish.forward.com און פֿון ס.ב.ס.-ייִדיש ראַדיאָ מעלבורן-אויסטראַליע.

ער רעדט פֿליסיק די ייִדישע שפּראַך, אָבער דער עיקר הערט ער זיך צו צו אירע הײַנטיקע דערשײַנונגען. ניט נאָר פּערזענלעכקייטן האָבן דאָס מזל צו ווערן אינטערוויויִרט ; פּשוטע מענטשן, אויב זיי האָבן צוטרוי צום אויסהערער, מעגן דווקא רעדן וועגן זייער לעבן און זייערע טעטיקייטן. הײַנט נויטיקט זיך ייִדיש אין דעם אינטערנעץ בכדי צו פֿאַרבינדן איינצעלנע רעדנער. מיט דעם אינטערנעץ ווערט מעגלעך צו שאַפֿן נײַע פֿאַרבינדונגען, נאָר די שפּראַך דאַרף זײַן ערשט-קלאַסיש. וואָס איז וויכטיקער איז ניט צו רעדן אַ שפּראַך, נאָר זיך צוצוהערן צו איר.